לאָמיר אָנהײבן מיט אַ בײַשפּיל:
דער פּשוט פּשט איז ווי אַזױ עס לייענט זיך אויפֿן ערשטן בליק.
אַ גוטער פּשוטער פּשט זאָל זיין אַ פֿאַרשטענדלעכע פֿראַזע וואָס מען קען געפֿינען אין אַ שמועס אָדער בוך, וואָס איז אינטערעסאַנט אָדער וויציק, און פֿאַרפֿירט דעם לייזער פֿון דער קריפּטישער באַדייטונג.
געלײענט קריפּטיש, האָט עס געוויינטלעך צוויי טיילן:
- דעפֿיניציע: אַ רמז צום ענטפֿער.
- װערטערשפּיל: אַ וועג צו בויען דעם ענטפֿער.
די דעפֿיניציע איז כּמעט אייביק בײַם אָנהייב אָדער סוף אַז מען זאָל עס קענען לײענען אזױ:
- אָנהייב: "כּדי צו [דעפֿיניציע], טו [װערטערשפּיל]"
- סוף: "טו [װערטערשפּיל] צו באַקומען [דעפֿיניציע]"
די װערטערשפּיל קען אַנטהאַלטן:
- שטאָף: אותיות און ווערטער מיט װאָס צו שפּילן.
- װעגװײַזערס: ווערטער וואָס הײסן וואָס צו טאָן מיטן שטאָף.
אין אַ קעסטל רעטעניש נוצט מען נישט נקודות, סוף־אותיות, אָדער צונױפֿגעשטעלטע אותיות. אַלזאָ: אָ = אַ = א, ב = בּ = בֿ, וּ = ו, ייִ = ײַ = ײ, כ = כּ = ך, מ = ם, נ = ן, פּ = פ = פֿ = ף, צ = ץ, ש = שׁ = שׂ, ת = תּ. ײ, װ, ױ, זענען צװײ אותיות.
יעצט װעלן מיר רעדן װעגן פֿאַרשידענע געדאַנקען װאָס װערן גענוצט אין קריפּטישע רעטענישן.
נעמט עטלעכע אותיות און מישט זיי אויס.
װעגװײַזערס: ווערטער וואָס מיינען רירן, באַוועגונג, ענדערונג אָדער אומאָרדענונג: מישןוואַרפֿןצעשטערןמאָדנעטאַנצןבערךמאַניפּולירןאא״װ
דער װעגװײַזער מוז זיין גלײַך נעבן דעם שטאָף.
אַ באַהאַלטענער רמז האָט יעדן נויטיקן אות אינעם ריכטיקן סדר, אָבער מען מוז זײ טרעפֿן.
װעגװײַזערס: באַהאַלטןאַנטדעקןאינהאַלטאין(גע)האַלטןכאַפּןאַ טײלאא״װ
פּינטעלעך קענען זײן זײער װיכטיק אָדער גאָרנישט מײנען.
נעמט ספּעציפֿישע אותיות פֿון װערטער.
װעגװײַזערס: זאָגן װעלכע אותיות צו נעמען: קאָפּעקהאַרץאינהאַלטגעדערעםגרענעצןמאַנטלאא״װ
אויב מען דאַרף נעמען פֿון עטלעכע װערטער וועט דער װעגװײַזער זיין בלשון־רבים: קעפּעקןאא״װ
װערטער װאָס פֿאַרבינדן די דעפֿיניציע מיט די װערטערשפּיל זענען נאָר דאָ צו העלפֿן דעם פּשוטן פּשט: צופֿוןדאַןאוןאא״װ
װאַרף אַװעק ספּעציפֿישע אותיות פֿון װערטער. ענלעך צו אױסקלײַבערס נאָר מען װאַרפֿט אַװעק די אותיות.
װעגװײַזערס: (פֿאַר)קירצןפֿאַרקלענערןאויסגערייניקטאָןאא״װ
אױסמעקן אַרבעט נאָך בעסער װען מען נוצט עס צוזאַמען מיט אַנדערע אופֿנים.
נעמט עטלעכע אותיות און לייענט זיי פֿאַרקערט.
איבערדרײען אַרבעט נאָך בעסער צוזאַמען מיט אױסקלײַבערס אָדער באַהאַלטענע רמזים.
װעגװײַזערס: צוריקצוריקגעקערטאַרוםאויסגעדרייטאין שפּיגלדרייעןאא״װ
לײגט עפּעס אַרײַן אין עפּעס אַנדערש.
װעגװײַזערס: אינעווייניקאיןאַרײַנלייגןאַרוםאינדרויסן פֿוןכאַפּןאַרומנעמעןטראָגןשפּרינגט אַרײַןאא״װ
פֿאַרבײַט איין וואָרט אָדער פֿראַזע פֿאַר עפּעס אַנדערש.
נישטאָ דאָ קײן װעגװײַזערס! יעדעס וואָרט קען פֿאַרביטן ווערן.
- סינאָנימען: פֿאַרבײַטן מיט עפּעס װאָס האָט אַן ענלעכן באַדײַט.
- פֿאַרקירצונג: נאָר אַ קירצערער סינאָנים: צ״בב״האא״װ
פֿאַרבײַט עפּעס מיט עפּעס אַנדערש וואָס האָט דעם זעלבן קלאַנג.
עס זענען דאָ אַ סך דיאַלעקטן אין דער וועלט.
װעגװײַזערס: געהערטגערעדטאויפֿן ראַדיאָאויפֿן טעלעפֿאָןאא״װ
דער האָמאָפֿאָן קען זײַן פֿון אַ פֿאַרבײַטונג.
שטעל צוזאַמען אַן ענטפֿער פֿון פֿאַרשידענע טײלן.
דער גאַנצער רמז איז סײַ די דעפֿיניציע און סײַ די װערטערשפּיל.
װעגװײַזערס: אָפֿט נוצט מען אַ ! צו װײַזן אַז עס איז אַזאַ מין רמז, אָבער נישט יעדע ! מוז דאָס מיינען.
עס קען אױך זײן אַז דער גאַנצער רמז איז װערטערשפּיל אָבער נאָר אַ חלק איז די דעפֿיניציע, אָדער פֿאַרקערט.
דער רמז באַשטײט אין גאַנצן פֿון צװײ דעפֿיניציעס.
געװײנטלעך, האָמאָגראַפֿן: װערטער װאָס האָבן די זעלבע אותיות אָבער אַנדערע באַדײַטונגען.